הארמאנישע געזונטהייטNoam Ziv

א רואיגע רייזע אין שטורמישע וואסערן

רואיג, געלאסן, צופרידן

אינפארמאציע פאר די וועלכע פלאגן זיך מיט גייסטישע און פיזישע שוועריגקייטן צוליב הארמאנישע פראבלעמען. פארמינערט אייערע ליידן און עלימינירט אייערע פראבלעמען! רוב מענטשן ווערן אויסגעהיילט, און שפירן א שלוות הנפש אין זיך זעלבסט, אין זייערע פארבינדונגען, און אין זייער שטוב. גאר ווערדפולע אינפארמאציע פאר מענער, פרויען, חתנים און כלות, רבנים, געזונטהייט ארגעניזאציעס, דאקטוירים, טעראפיסטן, הייבאמס, כלה מדריכות און מיידלעך.

ווער זענען מיר?

‘

נועם זיו איז געגרינדעט געווארן אין תשס”ז, נאכדעם וואס מערערע מענטשן האבן אויסגעדריקט זייער דאנקבארקייט אז די נושא פון פרויען’ס הארמאנישע געזונטהייט, מיט אלע אירע שוועריגקייטן, איז ענדליך געווארן אויסגעשמועסט אין דער עפנטליכקייט ביי אונזער ציבור. די אינפארמאציע איז באזירט אויף פערזענליכע איבערלעבענישן און גענומען פון די ביכער פון די וועלט בארימטע מאריאן סטוארט.

שפעטער האט נועם זיו אנגעהויבן טאן פארשידענע פעולות צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו די אינערליכע שיינקייט פון אידישקייט, און דאס האט געמאכט א גרויסער רושם.

באזוכט אונזער וועבזייטל: noamziv.org

ווער איז מאריאן?

וואס טוען מיר?

מיר שטעלן צו אינפארמאציע פאר פרויען, מיידלעך און מענער וואס פלאגן זיך מיט דעם ענין.

מיר זענען דא פאר אייך!

“אויף אונזער 4 חדשים’דיגע PMS פראגראם, האבן מיר געפונען אז 94% פרויען זענען געווארן אויסגעלייזט פון זייערע סימפטאמען נאכ’ן אויספאלגן אונזערע אנווייזונגען.

91% פרויען האבן באריכטעט אז זיי זענען פריי פון סימפאמען פון מענאפאוז אין 5 חדשים.”

מאריאן סטוארט

אינפארמאציע און מאטעריאלן

בריוו, רעקארדינגס און אינפארמאציע וועגן הארמאנישע געזונטהייט, לויט דער טעמע.

פאר מיידלעך · רעקארדינג

רעקארדינג פאר מיידלעך

נועם זיו׳ס רעקארדינג פאר מיידלעך.

נאך א געבורט · PDF

נאך א געבורט

א בריוו וועגן דעפרעסיע נאך א געבורט.

מענאפאוז · PDF

מענאפאוז בריוו

א בריוו וועגן פאר־מענאפאוז און מענאפאוז.

מענאפאוז · ארטיקל

נאטורליך אדער HRT

נועם זיו׳ס אינפארמאציע וועגן נאטורליכע מיטלען און HRT.

מאטעריאל פארן ציבור · PDF

מקוה מעלדונג download

נועם זיו׳ס מעלדונג פאר מקוואות.

הסכמות פון רבנים · ארטיקל

הסכמות

רבנים׳ס שטיצע פאר נועם זיו און איר ארבעט.

אינפארמאציע און מאטעריאלן

מיט פרישע כח און א קלארע מח צום בארטן

אונזער שטאב

וואס זאגן זיי?

אייער אינפארמאציע איז געווען פאר אונז א ישועה! יעדער האט הנאה געהאט דערפון.

איך שפיר ווי מיין לעבן האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווען 41 יאר, נאר א דאנק אייער אינפארמאציע. איך האבן אפילו נישט געקענט ארבעטן צוליב מיינע שווערע ליידן.

א יונגע כלה: איר האט געראטעוועט מיין לעבן!

מאן: נישט נאר וואס איך האב צוריקבאקומען מיין פרוי; אונזער שטוב איז א נייע שטוב!

איך שפיר זיג אזויפיל בעסער יעצט אז איך קען זיך שוין אליין פארשטיין.

יישר כח! עס איז מיר געווארן אזויפיל גרינגער ווען איך האב געזען אז איך בין נישט אליינס, און עס זענען דא נאך אנדערע אין מיין מצב. עס איז אזוי וויכטיג, פאר מענער אויך!

מיט די כסדר’דיגע שטיצע און ברייטהארציגע נדבות פון ר’ יצחק שטיינבערג ני”ו, א יונגערמאן וואס זארגט זיך באמת פאר די געזונטהייט פון אנדערע, האט יעצט נועם זיו די מעגליכקייט ארויסצוהעלפן מער מענטשן ארום די גאנצע וועלט. יישר כח!